בקרוב!

רבי יוסף ענגיל זצ"ל און זיין יצירה – הרב משה יעקב קאננער

רבי יוסף ענגיל זצ"ל און זיין יצירה

א גאון הגאונים און יחיד במינו אין גדלות בכל מקצועות-התורה | אן עמקן, מחדש און מחבר פון העכער הונדערט ספרים און דערביי א פשטן און הצנע לכת

מאמר באידיש מאת הרה"ג ר' משה יעקב קאננער שליט"א
ירחון 'דאס אידישע ווארט' גליון 271 – מרחשון תשמ"ח

רב יוסף סיני (הוריות יד.)

גל של אגוזים (גיטין סז.)

בא תלמיד ושאלו דבר, היה מביא לו ראיה מקרא מדרש משנה הלכה ואגדה גם יחד… (רש"י שם)

צווישן די מאורי הגולה וואָס האָבן באַלויכטן די אידישע האריזאָנטן אין די לעצטע דורות, האָט מיט אַ באַשיידענעם חן געשיינט דאָס ליכט פונ'ם שר התורה רבי יוסף ענגיל זצ"ל.

זייענדיג אַ נחבא אל הכלים, איז וועגן אים פּערזענליך ווייניג וואָס באַוואוסט געווען אָדער געשריבן געוואָרן. בלויז די גאונישע ספרים זיינע וואָס האָבן אַזַוי פאַרכאַפּט און באַגייסטערט דורות פון לומדים, בפרט אין פּוילן און גאַליציע, האָבן זיין נאָמען אַרויסגעברענגט אין די עפענטליכקייט.

רבי יוסף ענגיל'ס ביאָגראַפיע שפּיגלט אָפּ אַן אנדער בילד ווי מיר זענען בדרך כלל געוואוינט צו זען. ביי גדולי ישראל וואָס זענען געקומען אין אַ כסדר'דיקן קאָנטאַקט מיט הנהגת הכלל, האָט זיך ממילא געשאַפן אַ וואַריאַציע פון פּאַסירונגען,פון דעות, פון אינדיווידועלע רעאַקציעס אויף מצבים און פראָבלעמען. חוץ פון זייער גייסטרייכן תוכן האָבן זיך די עובדות אָנגעזאַמלט צו אַ פילפאַרביגן כמות. דער לימוד לדורות פון זייער לעבענסגעשיכטע האָט זיך איינגעטיילט אין ספרים, פרקים און סעיפים, די אומציילבאַרע פאַקטן זענען צושפרייט איבער פילע איינהייטן פון צייט און צושטאַנד…

רבי יוסף ענגיל האָט אָבער באַלאַנגט צו אַ באַזונדערע ספערע פון גדולי ישראל. פון די וואָס זענען געווען אָפּגעצוימט אין זייערע ד' אמות. פון די וואָס האָבן געלעבט און געשאַפן אין אַ הייליגע שטילקייט. דער מיעוט הכמות פון זייער ביאָגראַפיע איז נישט קיין סתירה צו זייער גרויסקייט. זייער איינפלוס אויפ'ן כלל איז כאילו ווי אומזיכטבאַר נתפשט געווארן דורכ'ן כח התורה וואָס פאַראייניגט די קומה שלמה פון אידישן פאָלק.

 

ילדות, שחרות און גדלות…

רבי יוסף ענגיל איז געבוירן געווארן אין טאָרנע, אינ'ם יאָר תרי"ט, צו אַ  משפחה מיוחסת פון לומדים און נגידים. זיין פאָטער ר' יהודה ענגיל איז געוען אַ חשובער תלמיד חכם אין טאָרנע. די אייגנשאַפט פון "סופר מהיר". די לייכטע פליסענדע פּען. ר' יוסף'ס באַליבטער כלי שרת אין לערנען, האָט וואַרשיינליך געשטאַמט פון זייער פאָטער. (אזוי באַשרייבט אים רי"ע אין איינע פון זיינע הקדמות). די מוטער איז געווען אַ טאָכטער פון ר' משה דוד שטיגליץ אַ תלמיד חכם און אַ צאַנזער חסיד. רי"ע שילדערט אין אָנפַאנג פון זיין קונטרס "שב דנחמתא" (וואָס איז געשריבן געוואָרן אין איר אָנדענק). זיין מוטער'ס איבערגעבנקייט פאַרן חינוך פון די קינדער. וואָס זיינען טאַקע אַלע אויסגעוואַסן מופלגים בתורה.

שוין פון קינדווייז אָן האָט רבי יוסף זיך אויסטערלישער התמדה אריינגעוואָרפן אין ים התלמוד. ער האָט "געשלינגען" מסכתות פון בבלי און ירושלמי, ווי אויך תוספתות און מדרשי חז"ל, מכילתא, ספרא, ספרי, ראשונים און אחרונים. פון דער צאָל חידושים וואָס מיר טרעפן אין זיינע ספרים, פון "ימי ילדות" און "ימי חרפי" זעען מיר אַז שוין דעמאָלט האָט געבליט זיין אויסערגעווענליכער כח החידוש, פון דעמאָלט אָן האָט זיך געצויגן אַ קייט איבער זיין גאַנץ לעבן, געלערנט און געשריבן… אַלס קינד האָט ער זיך געטראָפן מיט'ן "דברי חיים" ווי אויך שפּעטער מיט רבי יוסף שאול נאַטאַנזאָן, וואָס האָבן מפליג געווען זיינע אומגעווענליכע כשרונות און אים פאָרגעזאָגט גדלות.

 

תקופת בענדין

אַלס עילוי נפלא וואָס האָט גע'שם'ט ווייט אַוועק, איז ער גענומען געוואָרן אַלס חתן קיין בענדין. זיין שווער ר' משה קליינער איז געווען אַ  סאָכאַטשאָווער חסיד און אַ נגידישער איד. פון מאָל צו מאָל פלעגט ער אויך מיטפאָרן צום בעל "אבני נזר" וואָס זיין בית מדרש איז כידוע געווען אַ קיבוץ פון די גרעסטע לומדים אין פּוילן.

אין זיינע שאלות ותשובותפון יענע תקופה (בן פורת ח"א) איז אויך פאַרהאַנען אַ משא ומתן אין לערנען מיט רבי מאיר דן פלוצקי זצ"ל און רבי שאול משה זילבערמאַן זצ"ל (ביידע תלמידים פון אבני נזר). ווי אויך דעם פּילצער רבי'ן ("שפתי צדיק") און רבי יעקב יוסף רבינוביץ פון ראַדאָמסק ("אמת ליעקב"). עס איז שייך אַז דער סאָכאַטשאָווער "חדר" האָט געהאַט אַ געוויסע השפּעה אויף זיין, פון מאָל צו מאָל, אייגנאַרטיקן שילוב פון הלכה, אגדה און קבלה.

ער ברענגט חידושים פון "אבני נזר" עטליכע מאָל "בשם גדול אחד" און אויך בפירוש אין אוצרות יוסף (יו"ד ח"ב סק"ו). אויך איז באַוואוסט אַז "ושמעתי מאברך אחד" וואס ער ברענגט אין "גליוני הש"ס" (ברכות יט:) איז אַ חידוש נפלא פון קאָזשיגלאָווער רב זצ"ל, (אזוי ברענגט ער אין שו"ת ארץ צבי סי' צ"ב) אויך אַ תלמיד מובהק פון אבני נזר, וואָס איז אַלס יונגערמאַן געווען זייער נאָנט מיט רבי יוסף ענגיל.

אין בענדין האָט זיך אָנגעפאַנגען דאס צווייטע קאַפּיטל אין זיין אומאונטערגעבראכענע עלי' בתורה. אַ גאָר בהצנע'דיק קאַפּיטל אין זיין לעבן אָבער גאָר אַ פרוכטבאַרע. קרוב צו דרייסיג יאר, אין אַ בחינה פון "תורה מונחת בקרן זוית", האָט זיך זיין השגה אין תורה ריזיק צעוואַקסן אין אַלע געביטן, בפרט אין קבלה. (עס איז אין קראָקע געווען מפורסם אַז רי"ע קען אַלע כתבי האר"י בעל פה, און מ'פלעגט נאך מוסיף זיין, אז ס'איז שווערער ווי צו קענען ש"ס בבלי און ירושלמי…) אין בענדין האָט ער אויך געלערנט מיט תלמידים, אָבער ער האט פּרובירט צו פאַרדעקן זיין גדלות מיט אַ זעלטענע עניוות און איידלקייט. אין די תקופה האָבן אָנגעפאַנגען געדרוקט צו ווערן זיינע חיבורים, ע' פנים לתורה (ווי ער פאַרענטפערט זיבעציק תירוצים אויף איין קשיא). און אויך די יסודות'דיקע ספרים לקח טוב און אתוון דאורייתא ווי אויך די ערשטע צוויי כרכים פון זיין גרויסאַרטיקע ענציקלאָפּעדיע "בית האוצר" גבורות שמונים (אַכציק תירוצים אויף איין קשיא) און תשובת בן פורת ח"א.

 

ראש בית דין אין קראָקע

אין יאר תרס"ה (1905) האָט ר' יוסף ענגיל פאַרלאָזט רוסיש פוילן און נאָך וואַנדערונגען, אָנגעקומען קיין קראָקע. אין א קורצע צייט איז ער דאָרט אויפגענומען געוואָרן אַלס ראש בית דין. כאָטש זיין נייער לעבנסשטייגער אַלס יושב על מדין מִיט אלע טירדות וואָס זיינען געווען פאַרבונדן מיט זיין גרויסן פָּאסטן האָבן זיינע מעיינות ווייטער געשטראָמט מיט חידושי תורה. ער איז געווען אָנוועזנד ביי דער ערשטער וועידה פון אגודת ישראל אין קאַטאָוָויץ אין יאָר תער"ב (1912). זיין גרויס אינטערעס אין שייכות מיט אגו"י, זעען מיר אינ'ם פאָלגענדען בריוו וואָס ער האָט געשריבן קיין פראַנקפורט:

ב"ה, יום ג' הברכה מא"ה ברכו"ת לפ"ק קראקא (1914).

אל כבוד האלופים והקצינים נדיבים ושועים אנשי השם היראים והשלמים העומדים בראש הועד הזמני לאגודת ישראל, בק"ק פראנקפורט א.מ.

את הצעתכם לספר התקנות של אגודת ישראל השגתי לנכון. והנני בזה להודיעכם כי עברתי בין בתריה בשומת לב ולא מצאתי בם מגרעת. והאמת כי לדעת פרטי התקנות והסדרים הנחוצים בדיוק הגמור אי אפשר כלל בלי משא ומתן בזה פנים אל פנים בהכנסיה הגדולה הראשונה שתהי' אי"ה מכל המדינות שידונו ע"ז כפי עניני כל מדינה ומדינה והתיחסותן זו לזו, ואך אז אפשר שיבוררו ויתלבנו הדברים היטב.

אשר כבודכם הרב מבקשים השתתפותי בעבודתכם החשובה, נא תמחלו א"פ לפרש בפרטיות את הפעולה אשר תדרשו ממני והנני עומד הכן בל"נ אי"ה לכל אשר תשאלו בכל יכלתי, הלא כה דברי ידידכם החותם בהוקרת כבודכם וערכם הרם והנישא ומברככם בקבלת החג הבע"ל בשמחה.

הק' יוסף ענגיל

אין קראקע איז אָפּגעדריקט געוואָרן דאס צווייטע חלק פון זיינע תשובות "פורת יוסף".

 

מיט גדולים אין וויען

ביים אויסברוך פון די ערשטע וועלט מלחמה איז ר' יוסף ענגיל אַרויסגעפארן פון קראקע און זיך באַזעצט אין ווין.

טראָץ דעם וואָס ער האט נישט אויפגענומען קיין אָפיציעלן פּאָסטן איז ער געשטאַנען בראש פון אגודת הרבנים צואַמען מיט רבי מאיר אריק זצ"ל (דעמאָלט בוטשוטשער רב) און דער בראָדער רב ר"א שטיינבערג זצ"ל, אינ'ם נייעם גלות צענטער פון יהדות גאַליציע.

און ווייטער האָט דער מעין המתגבר זיך נישט אָפּגעשטעלט טראָץ די טלטולים און דער מאַנגל אין ספרים. פון דעמאָלט שטאמען אויך די גאונישע הערות אין די גליוני הש"ס און די הגהות אויף ירושלמי, אויך דאָרט איז ער געווען אינגאַנצן קאָנצענטרירט אין זיינע עולמות, אַ געטליכע רוהיגקייט איז געווען פאַרגאָסן אויף זיין פנים. ורוח אלקים מרחפת על פני המים… אויף די שטילע וואַסערן וואָס האָבן אַזוי טיף געגראָבן אין די מעיינות של תורה.

און דאָרט אין ווין ב' דר"ח חשוון תר"פ האָבן זין געענדיקט די פרקי חיים פון דעם וועלט גאון, פון פה המתגבר בתורה, וואס האָט געאָטעמט מיט תורה ביז צו די לעצטע רגע, רבי יוסף ענגיל זצ"ל. עס איז באַוואוסט אַז נאך דער לוויה זיינע וואס איז אפשר געווען די גרעסטע וואָס וויען האָט געזען, האט זיך רבי מאיר אריק אויסגעדריקט צום בראדער רב "אפילו דער נודע ביהודה וואָלט נתפעל געווארן פון אים"… נאָך זיין פטירה האט זיין איידעם, (רי"ע האָט בלויז געהאַט אַ בת יחידה) ר' יצחק מנחם מארגענשטערן, אַ זון פון לוקעווער רבי'ן, אָפּגעדרוקט עטלעכע חיבורים זיינע, גליוני הש"ס, אוצרות יוסף, (צוויי חלקים אויף יורה דעה, אַ לאנגע תשובה וועגן שביעית בזמן הזה צו זיין מחותן רבי חיים ישראל מארגנשטערן דער פילעווער רבי זצ"ל, אַ תשובה וועגן אַן עגונה און דרושים), צום סוף געפינען זיך אויך צוויי מאמרים אין קבלה.

 

שטריכן פון זיין יצירה

וועלכע אייגנשאַפט באַמערקן מיר גלייך עפענענדיג דעם היכל היצירה פון רבי יוסף ענגיל?

רחבות! ברייטקייט!

עס עפנט זיך פאַר אונז אויף אַן אוקיינוס, עס וויקלען זין אויף נייע וועלטן פון יסודות, חקירות, דעפיניציעס, און "צושטעלן" אין אַלע מקצועות התורה, פון זיל קרי בי רב ביז כתבי האריז"ל…

מ'פאַנגט אן זען בחוש דעם "דברי תורה עניים במקום אחד ועשירים במקום אחר", איין אָרט איז משלים דאָס אַנדערע ויוסף הוא המשביר… רבי יוסף האט מגלה געווען אוצרות און מעשיר געווען "אָרעם" אויסקוקענדע דברי תורה. עס נעמט נאָר אַ וויילע צו באַמערקן אַז כל התורה כולה איז ביי אים געווען כספר הפתוח, ליכטיג און קלאָר.

די תורה איז אַן איינהייט, אַ חטיבה אחת, וואָס לאָזט זיך נישט פונאַנאַנדער טיילן, אויסצושליסן וועלטליכע מקצועות וואס שפּאַלטן זיך אין צענדליקע אָפּטיילונגען וואָס יעדעס פאַר זיך ערמעגליכט ספּעציאליזאַציע

סאיז אמאל געקומען צום חזון איש אַ רב וואָס האָט חולק געווען אויף אים אין אַ געוויסן ענין אין הלכה. דער רב האָט דאַן אַ זאָג געטאָן דעם חזון איש, אז דער ספּעציפישער ענין איז… "זיין געביט" ווייל ער טוט זיך שוין יאָרן אַריין אין דעם. האט אים "דער חזון איש" געענטפערט קורץ און שארף, אין תורה איז ניטא קיין צָאן דאָקטערס… [מען וואָלט צו דעם געקענט אַ ראי' ברענגען פון אַ גמרא (ברכות לה.) 'מאי תקנתי' (וואָס איז די תקנה פון איינער וואָס איז נישט באקאנט אין הלכות ברכות?) ילך אצל חכם וילמדנו הלכות ברכות". לכאורה פאַרוואָס דארף מען אויף דעם אַ "אַלגעמיינער" חכם, איז אויף דעם צוועק נישט גענוג סתם אַ "בקי בברכות" (דער אויסדרוק טרעפט זיך אין די גמרא דף לח.), נאָר וויזט אויס אַז כדי איבערצוגעבן הלכות ברכות דאַרף מען פריער זיין אַ חכם, אַ מושם אין ידיעת התורה בכלל…].

 

עמקות

דערגייענדיג אַביסל טיפער אין רבי יוסף ענגיל"ס חידושים, זיינען מיר עומד אויף זיין אָרגינעלע חכמת הנפרדה. דאָס צונעמען און דעפינירן מושגים וואָס לומדים באַגעגענען טאג טעגליך אין זייער לערנען. באַגריפן און "חלותין" ווי שליחות, הקדש, הפקר, תרומה, דמאי, כדי אכילת פרס, ביטול ברוב, מצהב"ע, עד אחד, קנינים און כהנה וכהנה. רבי יוסף ענגיל שטעלט אָפּ דעם יאָגענדיקן "מחשבה-וואָגן" וואָס איז אנגעלאָדענט מיט געזיגלטע מוסכמות און אַנאליזירט דעם שורש הענין. רש"י (סוכה כח.) באַנוצט זיך אויף דעם ענין מיט אַן אייגנאַרטיג לשון "סובר לימודו ומחתכו על בוריו"… ער "צושניידט" עס ביז צו קלארקייט! – די דקות'דיקע בירורים האָט רי"ע קאָמבינירט מיט זיין גאונישן היקף, ווי נאָר האָט ער אָפְּגעלערנט אַ ענין, זיך קאנצענטרירט אין אַ חקירה, האָבן זין אין זיין אוצר המחשבה אַ בליץ געטאָן צענדליקע ערטער אין בבלי און ירושלמי וואָס האָבן א דירעקטן אָדער אומדירעקטן שייכות מיט'ן בירור. אזוי האָבן זיך זיינע ספרים אויסטערליש באַליבט געמאַכט ביי די לומדים. ער האט באַוויזן אַ מזיגה פון אַן אויסגעשפּרייטע ידיעת התורה און אַ טיפער עיון.

מיר לעבן היינט אין אַ תקופה וואָס דאָס ענין "בקיאות" איז אַביסל אין שאָטן געשטעלט. ס'איז שוין פאַרהאַנען אַפילו קאָמפיוטערס וואָס קענען אָנצייכענען מאמרי חז"ל ראשונים אחרונים און תשובות. דאָס אַלס זיינען אבער "טרוקענע" ידיעות. אין דען במציאות שייך צו פּראָגראַמירן פּנימיות'דיקע ענליכקייטן וואס בלויז אין טיפקייט פון אַ סברא באַלאַנגען זיי צו איין שורש? קען דען א קאַמפּיוטער מדמה זיין מילתא למילתא?

די דרגה אין השגת התורה איז אַ זעלטענהייט היינט פּונקט ווי פריער. די גמרא (הוריות יד.) לערנט אונז, "שלחו להו סיני עדיף, שהכל צריכים למרי חיטיא", "אלע דאַרפן אָנקומען צום אייגנטימער וואָס די 'תבואה' בַאלאַנגט אים… "דאס מיינט אַוודאי נישט קיין "מעכאַניזירט" בקיאות, נאר דוקא איינער וואָס עס זיינען אים קלאָר די באַהאַלטענע שטעגן וואָס פאַרבינדן די חלקי התורה. ער ווערט אָנגערופן סיני, ווייל ער האָט אַ השגה אין "כנתינתה מסיני"… (עי' רש"י שם) דאס איז געווען דער כח פון רבי יוסף ענגיל. רבי יוסף סיני…

אויף דער מצבה פון ר' יוסף ענגיל איז דאָס טאַקע טרעפלעך מרומז געווארן אין אַ מליצה: "נהירין ליה שבילין דנְהַר דֵעָה" וחכמה עילאה"… ער האָט געהאַט אַ צוגאַנג צו די שבילין וואָס זיינען מקשר דאָס "עניות" און "עשירות" אין תורה… און די שבילין האָבן צוגעפירט ביז צו דער חכמה עילאה… מחשבה חסידית אין קבלה.

 

כרכא דכולא ביה…

הונדערט און איינס חיבורים האָט רבי יוסף ענגיל אָנגעשריבן אין אַלע מקצועות התורה. פון דעם אוצר איז אונז ליידער נאָר געבליבן אַ קליינער טייל, אַ מיעוטא דמיעוטא. מיט די ערשטע חיבורים האָט ער זיך גלייך קונה שם געווען הן אין חריפות, דורך פאַרענטפערן צענדליגע תירוצים אויף איין קשיא, און הן אין עמקות מיט די שפעטערדיגע ספרי בירור. כאָטש די שווערע ענינים און קאָמפּליצירטע סוגיות וואָס זיי גייען אַדורך, זיינען זיי געשריבן אין אַ לייכט אָנגענעמען סטיל וואָס זענען מושך דעם מעַיֵין צו קוקן ווייטער און ווייטער. אייגנאַרטיג איז זיין "ענציקלאָפּעדיע" "בית האוצר", וואָס מיר האָבן בלויז זוכה געווען צו  די ערשטע צוויי חלקים. כאַראַקטעריסטיש איז עס מיט דעם, וואָס עס איז ווי אויבנדערמאָנט נישט קיין אוסף ידיעות, נאָר ווי עס ווערן נתגלה די פנימיות'דיגע שבילין, למשל אין ערך "אדם" גייט ער אַדורך פאַרשידענע אינדיווידואַלען און זייער יחס צו די קאטעגאָריע פון "אדם". דער בירור נעמט אַרום, עכו"ם, מת, עבד, עובר, חרש שוטה וקטן און… מלאך. עס קומען זיך דאָרט אויף אַ וואונדערליכן אופן צוזאמען די טיפקייטן פון סוגיות הש"ס, מדרשים, זוהר, מהר"ל און כתבי האריז"ל. אינ'ם צווייטן חלק איז אויך פאַרהאַנען יסודות'דיקע בירורים אין ביטול ברוב.

אַ בכבוד'יק אָרט פאַר זיך פאַרנעמען די ספרי גליוני הש"ס, ער מערקט עס דאָרט אָן קורצע חידושים און טרעפליכע השוואות אין ש"ס, ווי אויך ענליכקייטן אין לשון און הגהות פון טעותים.

ער איז אויך מציין גאָר וויכטיקע תשובות ראשונים און אחרונים, ווי תשובות הרשב"א והרא"ש, מהר"י ווייל, ריב"ש, תשב"ץ, רדב"ז, שבות יעקב און שאלת יעב"ץ, וואָס זענען מפרש די סוגיות הגמרא. באַזונדער זענען דאָ יסודות און כללים וואָס לערנען זיך אַרויס פון ירושלמי.

 

אַ "טפה מן הים"…

דאָס ערשטע פון די ספרי בירור וואָס רבי יוסף ענגיל האָט פאַרעפנטליכט איז געווען "לקח טוב". גלייך אין ערשטן סימן שטעלט ער אַן אַבסטראַקטע שאלה אינ'ם ענין פון שליחות. און אַזוי צוצווייגן זיך ביי אים די צדדים אין "שלוחו של אדם כמותו", באַדייט דאָס אַז ביי יעדע שליחות ווערט דער שליח פאַררעכנט כאילו ער איז רער משלח בגופו, (אַ "פארקערפּערונג" פון משלח אין גוף השליח) אדער בלויז דאָס מעשה השליחות, דער אַקט וואס ווערט דורכגעפירט, קריגט אַ דירעקטער באַציאונג מיט'ן משלח (דער שליח בלייבט אבער אַ זעלבסטשענדיקער פאַקטאָר). אָדער גאָר ביידע נישט (דער משלח ווערט אינגאַצן נישט רעפּרעזענטירט), בלויז די גזרת התורה שאַפט אז שמעון'ס פעולה זאָל פּונקט אַזוי העלפן פאַר ראובן ווי ער וואָלט עס אַליין געטאָן. אָט זאַמלען זיך אָן א שורה פון ראיות פון גיטין און קידושין ווי פון תמורה און מנחות… אינטערעסאַנט איז אַז די אייגענע חקירה (די צוויי ערשטע צדדים) טראַכט אויך רבי  מאיר שמחה אין אור שמח (הל' גירושין פ"ב הט"ו).

און נישט בלויז אין די שאלה איז רי"ע געגאַנגען בתלם אחד מיט די גדולי ליטא, אין אַ סאַך פאַרשידענע נושאים זעען מיר אַ געמיינזאַמער צוגאַנג אין אַנאליזירן הלכה'דיקע מושגים, כאטש די טערמינאָלאָגיע איז פאַרשידן. למשל אינ'ם פטור פון אַן אנוס ביי מצוות עשה, טראַכט רי"ע (אתוון דאורייתא כלל י"ג) צו דער אונס עלימינירט די מצוה אינגאַנצן און דער אנוס בלייבט אַן "אינו מחויב" אָדער דער חיוב איז טעארעטיש נאָך דאָ און דער אנוס איז נישט אויסגעשלאָסן דערפון נאָר די תורה פאַרלאַנגט עס נישט אין דעם פאַל און איז דערויף נישט מחייב, [למשל אַ חולה וואָס טאָר קיין מצה נישט עסן און דאָך עסט ער, צו הייסט עס אַ קיום המצוה (אויב עס ווערט אים בעסער צו מוז ער נאָכאַמאָל מקיים זיין די מצוה)], אויך וועט אויסקומען אַ נפקא מינה (וואָס איז אין אמת'ן אַ מחלוקת הפוסקים) צו אַן אנוס וואָס האָט נישט געקענט דאַווענען אַ תפלה, צו דאַרף ער איבערדאַווענען ביי נעקסטע תפלה נאָך אַ שמונה עשרה. כמעט אויפ'ן זעלבן שטייגער, טראַכט עס רבי ליפמן ביאַליסטאקער, דער "עונג יום טוב" (סי' מא).

דער באַוואוסטער "יסוד" פון רבי חיים בריסקער אַז מעילה גייט צו מטעם גזל (חי' רבי חיים הלוי פ"ח מהל' מעילה). דאָס מיינט אַז דער איסור מעילה, איז נישט ווי אַנדערע איסורי הנאה, וואָס דער חיוב איז אויף די הנאה כשלעצמה, נאָר די הנאה ווערט דאָ פאַררעכנט ווי אַן אופן פון גזל, און דער צוגאַנג אין הלכה איז טאַקע מיט דיני גזל. דער אויפטו ווערט שוין דערמאָנט אין איינע פון ר' יוסף ענגיל'ס חקירות (אתוון דאורייתא כלל ג'). די אייגענע סברות פון די חקירה איז רבי אלחנן וואַסערמאן תולה אין מחלוקת ראשונים (קובץ הערות יבמות מו: וע"ע ברכת שמואל קידושין סי' כ').

אין די ישיבה וועלט איז אויך מפורסם א חקירה אינ'ם דין פון "עובר ניתר בשחיטת אמו", די שאלה איז וואָס די תורה האָט געמיינט מיט "כל בבהמה תאכלו" און וויאזוי ווערט דער עובר מותר, צי ווערט, דורך די שחיטת האם, אויך דער עובר פאַררעכנט ווי אַ נִשְׁחַט, אדער ניין, די תורה האָט בכלל דעם עובר מתיר געווען (אָן דין שחיטה). (ע' אמרי משה סי' ז' וקובץ ענינים חולין עז.) די זעלבע צדדים רעדט ארום רבי יוסף ענגיל (אתוון דאורייתא כלל י"ד). אַ נפקא מינה וועט למשל זיין, לענין דער דין חֵלֶב פונ'ם עובר, וואָס דער רמב"ם איז מתיר, און אַנדערע ראשונים קריגן דערויף – אויב דער עובר האָט בלויז אַ נשחט בלייבט דער חֵלב אַזוי ווי יעדע חֵלב, און אויב די תורה האָט אלס מתיר געווען מכח "כל בבהמה" איז דאס אויך מותר.

אין די שיעורים פון רבי אלחנן וואַסערמאַן אויף מס' חולין (קובץ ענינים) איז פאַרהאַנען צען אָדער מער בירורים וואָס רבי יוסף ענגיל האָט שוין באַמערקט אין זיינע ספרים (בפרט אין אוצרות יוסף אויף יורה דעה).

אייגנאַרטיק איז אויך דער בירור זיינער, ווי ער קלערט וואָס איבערוועגט אין עולם ההלכה, כמות אָדער איכות (לקח טוב סי' ט"ו). אויך איז באַוואוסט זיין שאלה אויב קריאת התורה איז אַ דין קריאה אויף יעדן יחיד נאָר דער בעל קורא איז מוציא דעם ציבור מיט'ן חיוב, אדער איז עס בלויז אַ דין שמיעה (ציונים לתורה כלל ט').

אינ'ם ספר "ציונים לתורה" טרעפן מיר גאונישע אויפטוען אין ענין פון מכת מרדות (כלל ג') און אַ פלא'דיקן קונטרס אין עניני אישות (כלל ל"ט). אין אתוון דאורייתא געפינען מיר דעם מושג פון "מחתכו על בוריו", דאָס גרונטליכע אַנאַליזירן די איסורים פון טבל און תרומה, דמאי, יבמה לשוק, טריפה און נדה, רבי שמעון שקאפּ אין "שערי יושר" פאַרנעמט זיך אויך מיט אַ טייל פון די בירורים. גאר "דקות"דיק זעען מיר אים צונעמען דעם איסור יוצא ביי קדשים (שו"ת בןפורת ח"א סי' ו'), ער קלערט צו דער איסור יוצא נעמט זיך ווייל דער קרבן איז אַרויסגענומען געוואָרן אָדער ווייל ער איז נישט אינווייניק… בקיצור, אַרויס אָדער אינדרויסן…! פאַרשטייט זיך, אז די שאלה איז באַזירט מיט ראיות און אויך דעפינען זיך "נפקא מינה'ס".

כ'האָב פון אויבן אויף אויסגעקליבן איינצלנע נקודות, שפּענדליך פון אַן אילנא רברבא, וואָס זענען נאָנט צום דרך הלימוד וואָס איז מקובל אין די ישיבות. פארשטייט זיך אַז דאָס איז בלויז כטפה מן הים פון זיין גיגאַנטן עולם החידוש. את הגלויים לנו ואת שאין גלויים לנו…

 

"שירה" פון גמרא-ניגון

אין די "בין השיטין", צווישן די גאונישע שורות פון זיינע חידושים הילכט אַן שטילן דבקות'דיקן גמרא ניגון… דאָס השתפכות הנפש פון אַ שר התורה… די שירה פון רבי יוסף ענגיל… שירה נעמט אַרום די עקן פון די וועלט… שירה לויט'ן מהר"ל דרוקט זיך אויס אין הפלגה, עס צופליסט זיך אין מרחב און ווייסט נישט קיין גרענעצן…

אַזוי האָט רבי יוסף ענגיל מקיים געווען דעם "ועתה כתבו לכם את 'השירה' הזאת". אין זיין 'שירה' האָט כל התורה כולה האַרמאָנירט בשלימות. ער האָט אפילו אויפגעוויזן די שרשים פון קבלה אין ש"ס… מען טאַפּט ביי אים אָן בחוש, דעם "כולם ניתנו מרועה אחד", אַז ערגיץ וואו קומען זיך אַלע צוזאַמען צו איין מקור…

גל של אגוזים… אַזוי האָט איסי בן יהודה געשילדערט רבי טרפון, בא תלמיד ושאלו דבר הי' מביא לו ראיה מקרא מדרש משנה הלכה אגדה גם יחד…און אין אבות דרב נתן ווערט אויסגעפירט כיון שיצא מלפניו הי' יוצא מלא ברכה וטוב (ע"ש פי"ח).

אין זיין יצירה נעמט ער נישט אויף דעם מעיין מיט אַ שטרענגען "ונראה", נאָר נעימות'דיק, פאָטערליך, שמוסט ער זיך אַדורך און פירט אויס דעם רעיון מיט "ובאתי רק להעיר". כאילו ער וואָלט געזאָגט, דאס איז נישט דער סוף פסוק, די תורה איז רחבה מני ים, דאָ האָסטו געדאַנקען ואידך זיל גמור… איך בין נאָר געקומען "להעיר", אויפמערקזאַם מאַכן, אדער אפשר גאָר "ערוועקן" אין דיר חשק התורה… אדרבה שפּאַר זיך, דינג זיך מיט מיר, ווענד אָפּ די סברא, אדער לערנען זאלסטו…

 

"ובאתי רק להעיר"…

ווייל נישט בלויז זיין תורה האָט ר' יוסף ענגיל ליב געהאַט, נאָר אַ וודאי יענעם'ס אויך, דער ענין האט ער אַמאָל ערווענט אין אַ דרשה אין די באַוואוסטע "ר' אייזיק ר' יעקל'ס שול" אין קראקע, אַז די תפלה פון "שתהא בנו אהבת תורה ויראת שמים" באַציט זיך, קען זיין גאָר אויף אַ צווייטנס תורה… (אוצרות יוסף דרוש ו').

עס וואָלט באמת כדאי געווען, בפרט פאַר די יונגע לומדים זיך נענטער צו באַקענען מיט זיינע ספרים, עס איז וויכטיג זיך אָפּצולערנען פון זיי, הן זיין עומק און הן זיין רחבות און היקף, דאָס זיינען די צוויי הויפּטמאטיוון פונ'ם גאון הגאונים וואָס "אי לאו האי יומא, כמה יוסף איכא בשוקא"…

אויפשריפטן אויף דעם קבר פון ר' יוסף ענגיל אין וויען:

כ"ת

פה תנוח גוית אדם גדול בענקים הגאון האדיר האדיר המפורסם למרחקים חריף ובקי נפלא בכולא תרי תלמודאי נהירין ליה שבילין דנהר דעה וחכמה עילאה הצדיק הקדוש גדול מרבן שמו מוהר"ר יוסף בהרב מו"ה יהודה ענגיל זצ"ל ראב"ד דק"ק קראקא יצאה נשמתו בטהרה ביום ש"ק פ' נח ב' דר"ח מרחשון תר"פ לפ"ק.

ת. נ. צ. ב. ה.

רבי יוסף ענגיל זצ"ל און זיין יצירה – הרב משה יעקב קאננער

סופרים וספרים – הגאון רבי שלמה יוסף זוין ז"ל על ספרו של רבינו גליוני הש"ס

בעולם התורה מציינים את הילולת גאון הגאונים הגה"ק רבי יוסף ענגיל זי"ע שהאיר את העולם בספריו המופלאים

כח התורה

החזירו עטרה ליושנה

הצוואה הקדושה

לתרומה טלפונית

ולהרשמה לקבלת תכנים ממכון 'אוהבי תורה'